• Transcriptions


    Rabbi Moshe Steinberg

     

    מיין נאמען איז משה שטיינברג. איך בין געפארען לערנין אין ברנוביץ דריי בחורים צוזאמין פון קוברין. איינער הייסט אהרן קמינצקי ,צוויטער האט געהייסען ישיעה וולוביץ. אהרן קמינצקי איז מיינער שכן. און ישיעה וולוביץ איז געווען א נעפיו פון ר' דוד קורנגלאס.[1]

    דוד קורנגלאס איז געווען א תלמיד אמול פון קוברין. ער האט נאך געלערענט אין דער מיר פון די חשובה בחורים. און קומען אין אמריקה איז ער געווארען משגיח רוחני אין נר ישראל אין בלטימור. ער איז געווען אויכט א מגיד שיעור. דאס פלעקט זיין אונקל זיין.[2]

    מיר האט געלערנט אין קוברין און געפארין אין ברנוביץ צו ר' אלחנו ווסרמן. דאס איס געווען אין ניינצען פיר און דרייציג. מיר ווערען געווען דארט אין ברנוביץ, פון ברונוביץ האבען מיר געפארען אין קלצק. ברנוביץ איז געווען א ישיבה פור יונגערע בחורים וואס ר' אלחנו ווסרמן זכרונו לברכה האט זיי געזאגען א בלאט גמרא פון פיניב און זעגסטער שיעור. געווען אפאר יאר, צווי יאר, און געפארין אין אן אנדערע, א גרעסערע ישיבה. אנדערע האבען געפארין אין קלצק, אנדערע האבען געפארין אין קמניץ און דער מיר. מוסט האבען געפארין אין קמניץ.[3]

     מיר ווארען דריי, האבען געפארין אין קלעצק. און קלעצק איז געווען די ראש ישיבה, ר' אהרן קוטלר זכרונו לברכה. קמניץ איז געווען ר' ברוך בער זכרונו לברכה. פארוואס האבען מיר געפארין אין קלעצק? וייל די משגיח רוחני אין קלצק איז געווען ר' יוסף לייב מנביץ ער איז פריערט געווען משגיח אין קוברין און ר' פסח פרוסקין איז געווען די ראש ישיבה. נאך ווען די ישיבה איז געווארין שוואך איז ער אבעקגעגאנגין אין קלצק.[4]

    מיר האבען גוט געקענט פון קוברין, און מיין טאטע האט געוואלט פארען אין קלצק, האבען מיר געפארין אין קלצק. ווען מיר האבען אונגעקומען אין קלצק דאס איז געווען ניינצען זעקס און דרייציג די זומער. מיר האבען אנגעקומען אין קלצק און די ראש ישיבה, ר' אהרן זכרונו לברכה איז געווען אין אמריקה. ער איז געפארין אין אמריקה שאפען געלט, און ווען מיר זענען אנגעקומען איז ער געווען אין אמריקה. האט ער צונעמען די משגיח, ער זאל אונס צורעדען אין לערנען מיט די בעסער בחורים אין קלצק, שעיה סטייץ. מיר האט גערעט מיר שעיה סטייץ אין לערנען, און ער האט אונס צוגענומען און האבען געווען אין קלצק. [5]

    שפעטר, נאך א פאר חדשים, איז ר' אהרן געקומען פון אמריקה. אס איז געווען א קבלת פנים פאר עם און נאך ווען ר' אהרן האט געקומען פון אמריקה, נאך די גרויסע קבלת פנים, האבען מיר געווען לערנען. אין קלצק האבען מיר געווען לערנען ביז דער קריג ביז 1939 ווען די מלחמה איז שוין געבראכען. [6]

    ווען די מלחמה איז אויסגעבראכען זענען מיר די ישיבה אוועקגעפארין אין ווילנא. וייל דאנערט רוסלנד איז געווען פארנומען אין ווילנא און רוסלנד האט געזאקט אז געבט אוועק ווילנא קריקסט מען ליטא. וועל באלאנגען צו אן אנדער לאנד. אלע ישיבות האבען געגאנגען צו ליטא, ישיבות, רבנים. מיר האבען אנגעקומען אין ליטא אין ווילנא מיט אלע ישיבות. יעדער ישיבה האט געהאט א בית מדרש און געפירט א ישיבה פאר זיך. איינער איז געווען קלצק, קמניץ, דער מיר, אלע ישיבות.[7]

    קלצק איז געווען א קליין שטעטל, נישט וייט פון נישביש וואס איז צען קילומטר פון רושנגרניץ. דארטען איז געווען אין די שטעטלאך אסאך אידין און די ביזניס פון אידין - יענער האט געהאט סטורס. אזא סטור אזא סטור, און אלעמען קומען קויפען דארטען. פון דעם האבען אידין געמאכט פרנסה. פרייטיג בייען פרמאכען די סטורס, ערב שבת, איז געווען א קומיטי פון שטאט זייען אז מיר זאלען נישט פארמאכען צו שפייט. יענער קומיטי איז געווען חשובה מענטשען פון די רבנים, די ראשי ישיבות, נאך אסאך חשובה מענטשען. יעדער איינער האט איינגעפירט זיין טייל אבו צו זיין. מיר האט איינגעטיילט יענער מענטשען פאר געוויסער געגען.[8]

    און עס איז געקומען ערב שבת יעדער איינער פון די חשובה קומיטי האט געשטאנען - מיר זאל פארמאכען די סטור, נישט מחלל שבת זיין, פאר די שקיעה, פאר ליכט בענטשען. ביי די מענטשען וואס האבען געווען גאר שווערע מענטשין, איז געגאנגען די רבנים, די ראשי ישיבה - זיי געווען אין די געוויסער געגין. [9]

    די ראש ישיבה איז געווען אין די שווערסטער געגין, ביי די ברבערס. די ברבערס זייען געווען די שווערע מענטשין פאר חילול שבת אין יענעם געגין. מיר דארפט האבען א מענטש זאל זיי האבען דרך ארץ פון עם. די ראש ישיבה איז געגייט דארטען. און די ראש ישיבה האט געקומען זיי זאגען אז זיי זאלען פארמאכען די סטור. [10]

    געמאכט זיך א מול א מעשה געווען, א איד פון אמריקה, עפעס א בחור, א יונגער בחור פון אמריקה איז געקומען. ער האט געהאט א מאמא אין קלצק. געקומען זען די מאמא. און פרייטעג האט ער געקומען נעמען א היירקאט, א שייב, בייען ברבער. עס איז געווען פונקט ערב שבת, און די ראש ישיבה איז געשטאנען בייען סטור, און ער האט עם געזאקט עס איז שוין שפעט ער זאל אראפגיין פון טשער. מען טאר שוין נישט שערען. איז די ברבער געוואלט סטופען די שערען. האט דער אמריקנער געזאקט עם, "מיינד יור און ביזניס! עס איז נישט פאר מיר שבת, וואס קענסט דו מיר זאגען וואס צו טאן!" דאס האט ער געזאקט אויף דעם ראש ישיבה![11]

    האט דעם ראש ישיבה עם אונגעשרייען "דו מחוצף, דו שייגצרינער!!" ער האט עם אונגעזידלט! ער איז ארויס פון טשער. און עס איז געווארין א רעדל, און מיר האט געגאנגען אופזוגען דער מאמא זיינער, אז דער זון פייט מין דעם ראש ישיבה! די מאמט איז געקומען צולויפט אין סטור, צו דעם ברבער, און זי האט גענומען די זון ארויסגעשלעפט פון טשייר געזאגט "גיי אראפ!! מיט די ראש ישיבה פייפטס דיר?! " דאס איז געווען פרייטיג ביי נאכט און ער איז נישט מחלל שבת געווען.[12]

    שפייטער בייען נאכט, שפייט, האט עם ענגעקראבין שווערע יסורים, עפעס די ציין, דער בויך, און ער האט געהאט א זאלכער יסורים קשים. האט ער זיין מאמע געזאקט צום זון "דו וייסט פארוואס דו האסט די יסורים? דו האסט געפייט מיטין ראש ישיבה! דאס איס אייער עונש!!" און די יסורים איז געווארין גרעסער און גרעסער. זי האט נישט געציילט, עס איר איר זון, האט זי געטראכט גייען צום ראז ישיבה בעטען מחילה. זאל מוחל זיין דעם זון. זי האט מורא געהאט ער וועט שטארבען. איז געווען 12 אדער 1:00 פרייטעג ביי נאכט. זי איז אוועק און געקלאפט אין טיר.[13]

    די רעביצען הערט איימיצער קלאפט און טיר, זי האט צוגעגייען צום טיר "וער קלאפט דאס?" האט זי געזאקט "די פרוי וואס איער זון האט געפייט מיט די ראז ישיבה היינט און זי ויל בעטען פון די ראש ישיבה, וייל ער האט גרויסער יסורים", און זי האט מורא אז חלילה ער וועט נישט דורכלעבען די נאכט. "דער ראש ישיבה זאל ער מוחל זיין!" האט די רעביצין געזאקט צום די ראש ישיבה. און דאס האט דער ראש ישיבה געזאקט "זאג איר אז ער זאל צוזאגען ער וועט קיי מאל נישט מחלל שבת זיין און איך וועל מוחל זיין!!" האט זי געזאקט "איך וועל רעדען מיט מיין זון ער זאל קיין מאל נישט מחלל זיין." האט ער געזאקט "אול רייט, אויב ער וועט נישט מחלל שבת זיין וועט איך עם מוחל זיין." געקומען אין שטוב איז ער געווארין בעסער! דאס איז א מעשה וואס איז געווען אין קלצק, די גאנצער שטעטל האט גערייד פון דער מעשה! די מאמע אליין האט דערציילט די מעשה פאר אלעמען. דאס איז איין מעשה. [14] 

    שפייטער ווען די מלחמה איז אויסגעבראכען, איז דיין די רוסיס פארנומען מיט א טייל פור פולנד, איז קלצק מיט אלער ישיבות אריינגעפאלען צו די רוסים. דער אנדערע טיילונג נאך ורשא איז אריינגעפאלען צום דייטש. מיר האבען געווען אין רוסיה, ביי די רוסים אריינגעפאלען. איז געווען קלצק, קמניץ, ראדען, די מיר, אלע ראשי ישיבות איז געווען אין דייער געגען. איז שפעטער די רוסים האבען געזאקט אז ווי די שטאט ווילנא איז געבט ער אוועק צו ליטווישע גוברנמענט. ליטא האט געהאט א טיינע אז ווילנא בעלאנקט צו איר, זיי האבען צוגענומען שלא כדין פון איר. האט זיי געזאקט עס איז גערעכט זיי געבט די שטאט ווילנא צו זיי. און אז ליטא איז געווען א אינדפנדנט קונטרי, האבען מיר אלע ישיבות פארען אין ליטא, ממילא אין אן אנדער לאנד. ארויס פון די מלחמה און פון דארט אוועקפארין אין א פרייע קונטרי.[15]

     האבען אלער ישיבות געפרען אין ווילנא. דארט איז געווען ר' חיים עוזר גרודזינסקי, און ר' אהרן איז אנגעקומען מיט קלצק. און יעדער ישיבה האט געהאט א באזונדערע בית מדרש, דאר איז געווען קלצק, דאר איז געווען קמניץ, דאר אי געווען די מיר, דאר איז געווען נוברדוק, ר' אהרן יאפען איז געווען. ראדין ווייס איך נישט. אסאך ישיבות זייען געווען דארטען.[16]

    על כל פנים, שפעטער, האט דער רוס צוגענומען גאנץ ליטא. נישט נאר האבען זיי גענומען ליטא, האבען זיי גענומען די גאנצע גוברנמנט פון ליטא.  עס האט אלעס באלאנגט צו רוסלנד. און וייטר אריינגעפארען קלצק פון רוסלנד. און וואס די רוס האט געמאכט, עס האט א נס זיך געטראפין. אז ווער וואס האט א ויזה אדער א פספורט וו צו פארען, געט ער רשות ארויס צו פארען. [17]

    איך האב נישט קיין ויזה געהאט, אבער א פספורט האב איך געהאט. א פולישע פספורט. ווען די ישיבה איז געווען אין ווילנא, נאך דעם האט מיר געפארען אין באזונדערע שטעטלאך. יעדער ישיבה האט געהאט א באזונדערע שטעטל. און קלצקע ישיבה האט געהאט די שטעטל יניבה. יניבה איז געווען לעבען קובנה. קלעצק האט געהאט א שטעטל, קמניץ האט געהאט א שטעטל, און אנדערע שטעטלאך.[18]

    ווען מיר האבען געפארען פון ווילנא אין יניבה, דאס איז געווען דורך קובנה. האבען מיר געסטאפט אין קובנה. קובנה איז געווען א פולישער קונסול האט דארט געזעצען אונטער דער פרוטקטורט פון אנגלנד. און ביי עם, ביי דער קונסולט איז געווען א אונפערע פארן פולישער קונסול. האב איך אריין, געווייסט מיינער פייפרס איך בין געווען א פולישער בירגער אבער איך האב געקראבין א פולישער פספורט. און מער האב איך נישט געהאט א פולישער פספורט.[19]

    אבער שפייטער איך האב אריין געפאקלט. שפעטער, א צייט ארום, מיר האבען געקענט ארויספארען. קיין ויזה האב איך נישט געהאט אבער דער פספורט האב איך יא געהאט. דער איז גערויסגעפארען וייל אס איז געווען עיצות אז מעו קען קריגען ויזות פון אנדערע ערטער. נישט פאלשע ויזות, אבער מען האט געקענט באקומען ויזות דורעך אן אנדערע וועג.[20]

     מיר האב דאמולץ שוין געהאט א ויזה אבו צו פארען אין געפען אדער אמריקה. גיי איך אריין צו ראש ישיבה און איך זאג עם אזוי ווי, איך האב א פולישער פספורט, און וואס זאל איך טאן? און ווי אזוי קען איך באקומען א ויזה פאר זיך. אן עצה. "איר האט א פספורט?" זאגט ער. נעם איך ארויס די פספורט אויפען טיש, וואס איך האב געלייקט אוועק. געקוקט אויפען פספורט, זאגט ער "יא דאס איז א גוטער פספורט." שטייט ער און שטייט ער און טראכט און טראכט, ער קוקט אויף מיר אפשר אפער מענוט. זאגט ער דער לשון "א וועלט טוט, און איר שלאפט?!" איך האב געווסט איך וועל אויך טאן. איך קען עס נישט זאגען אבער עס איז געווען א וועג וואס מיר האבען געקענט באקומען א ויזה, זאג איך עם "גערעכט, קאסט עס צווי הונדרט רובל." און איך האב נישט געהאט געלט. האט ער ארויסגענמען און געגעבען מיר די געלט.[21]

    איך האב גלייך אוועקגעפארען אין ווילנא פון קובנה מיט דעם צווי הונדרט רובל. די דולר איז געווען זייער הייכט. אס איז געווען א בלק מרקט אבער די רובל איז געווען טייער. און מיר האט געקענט קויפען א ברייט פאר א רובל. עס איז געווען אזוי ווי צווי הונדרד דולר. און ער האט מיר געגעבען גלייך $ 200 דולר וייל ער האט געוייסט אז מיר קען זיך ראטעבין מיט דעם. און איך האב געפארען אין ווילנא. [22]

    ווען איך האב גערעט מיט ר' אהרן, איז ר' אהרן געווען אין קובנה. און געשטאנען נאך א בחור. ער האט געהייסען ינקל מלמד. און יענער האט געהערט ווי איך רעד מי די ראש ישיבה דאס און ער האט אויך געהאט א פספורט. און ער האט געהאט געלט אליין. ער האט מיר געקענט פון ישיבה. ווען איך האב ארויס פון ר' אהרן זאגט ער מיר "איך מוז דו עפעס פרייגען. געפארסט דוך, טו פאר מיר אויכט. נעם מיין 200 הונדרט רובל און מיינער פספורט און די הוצאות זייען 50 50." זאג איך "גוט, איך בין צופרידען", וייל עס קוסט פארען פון קובנה צו ווילנא מיטען טריין, קאסט געלט. זאך איר "יע, אייל דו איט." וואס איך טאן פאר מיר וועל איך טאן פאר דיר.[23]

    איידער איך האב אוועקגעפארען, גיי איך אריין צו די ראש ישיבה "איך פאר אוועק, דער ראש ישיבה האט מיר געבען א ברכה." "די אייבשטער זאל העלפען, איר זאל מצליח זיין, ער זאלט ניצול ווערען". א גוטער ברכה.[24]

    איך האב אוועק געפארען אין ווילנא און איך האב עס אלעס אליידיקט. איך האב געבראכט פאר מיר און פאר עם. און איך האב געדארפט האבען, ווען מיר דארפט אפלייען פארען ארויספארען, איך האב געדארפט האבען אויף רוסיש געשרייבען מיין ביוגרפיה מיט דאס.  די רעבעצין חנה פערל האט געווסט זייער גוט רוסיש, האט זי אנגעשרייבט אלע פייפרס וואס מיר דארפט אזא ביקע.[25]

    מיט גענומען אלער פייפרס מיט מיר אוועקווארען אין קעוועלע דאס איז אזוי ביי די רוסים האט ער אוועקגעשטעלט א רוטשע א ליינע. איך האב באשטעלט אין די ליין. און איך האב געזאקט יענעם אזוי ווי איך האב שוין געבראכט מיט מיר ער זאל אויך קומען אהין. ער האט געקומען אין קעוועלע  דער ינקל מלמד זאקט ער "משה, דו שטייט פאר מיר, דו גייט אריין ערשט." אול רייט, איך האב מיך געשראקען זיי. גיי איך אריין דארט איז געווען די נינטשקה זי איז געווען די בוס, זי האט די פייפרס גענומען. זי האט געקענט ארויסווארפען, אריינווארפען, געבען א ויזה צו נישט. "כחומר ביד היוצר" בין איך געווען. בקיצור, זאגט זי "קוק אויף מיר" אלעס גוט. נעמט זי מיין פייפר לייגט אויפען טיש און זאקט מיר 12:00 איז דאס מיטאג צייט זאג די מענטשען זאלען קומען אין א שעה ארום. אול רייט, גיי איך ארויס זאג איך די מענטשען זאלען קומען אין א שעה ארום. איך האבט געזאקט ינקל אין א שעה ארום. און ער האט געהאט זיין רוטשע נאמבער, ער איז געווען דער ערשטער וואס האט ארייגעגאנגען זי האט געקוקט אויף זיין פספורט האט זי פונקט געקוקט אויף מיינער. קוקט אהער קוקט אהין פארוואס האט דאס געטאן, וואס איז דאס. זי האט אוועקגעלייגט די פספורט אף א זייט. די זעלבער קשות האט זי מיר געקענט פרעגען די זעלבער זאך. מן השמים. ער האט נישט געגאנגען בעטען א ברכה פון שי ראש ישיבה. [26]

    בקיצור וואס וועל איך אייך זאגען, ער האט די ויזה נישט געקראבען און איך האב געקראבען די צענטער די לעצטע ויזה. דאס איז געווען פון די לעצטער ויזות, פון די לעצטער! איך האב געראטעווין מיט מיר ישיבה און ער האט געבלייבט אין ליטא דארטען האבען די דויטשען עם געטראפען און ער איז דארטען געהארגעט.[27]

    על כל פנים, וואס זאל איך אייך זאגען, איך האב געזיין, איך האב געהאט ר' אהרן'ס ברכה. ער האט מיר געגעבען די געלט פאר ויזה, ער איז געווען די שליח פון דער השגחה. אויב ער האט נישט געגעבען מיר די געלט, איך האב קיין מאל נישט געקענט. אבער אזוי האב איך זיך ניצל.[28]  

    איך פיל הכרת הטוב פאר ר' אהרן, ווען נישט ר' אהרן וועט איך שוין נישט געלעבט היינט. ער איז געווען די שליח פון דער השגחה.[29]

    ווען מיר איז געווען אין שנגחיי אפגעקליבען א גרוק פון קלצקר, עפעס א צען פופצען וואס זיי האבען געהאט פון אנדערע וועג אנגעקומען. אין קלצק איז געווען א פאר הונדרט בחורים. מיר זענען געווען א צען פופצין פון א פאר הונדרד בחורים. על כל פנים מיר האבען געווען אין קונטקט מיט ר' אהרן.[30]

     נאך א מעשה. אז מיר האבען געקומען אין רוסלנד דער לעצטער שטאט פאר ציינא פאר געפען איז געווען וייאליבוסטוק. דאס איז ביי דעם גרעניץ ליין, ביי די יעלו וואסער. און מיר האבען געשטעקט דארטען און מיר האבען וייטער נישט געקענט פארען. יפן האט נישט אריינגעלאסען קיין מענטשען. זיי האבען געזאקט די מענטשען וואס זיי לאסט אריין פאר א טרנזיט, דורך צופארען געפען אויף צען טעג זיי זען שוין דאר א לאנגער צייט און זיי האבען נישט געהאט אוו צו פארען ווייטערץ ער וויל די מענטשין נישט האבען. דאס איז געווען 1940.[31]

     אבער דער וואס האט אלע פיסיס אף די פאזל, ער וועט געבען אויב מיר האט א ויזה אבו צו פארען, בלייבען אין זיין לאנד פאר ארויספארען אין אן אנדערען לאנד- אדער אמריקה, אדער קנדה. איז געווען א קונסול אין וייאליבוסטוק א יאפאנישער קונסול און מיר האבען אריינגיין צו עם ער וועט באנייען די ויזה. און א נישט קען מין נישט עס איז פסול. און עס איז געווען דארטען זיצין א 50 מענטשען. געווען אסאך ישיבה ישיבהלייט, בני תורה. פרייע, פארשידינער מענטשען וואס האבען געווען אין וייאליבוסטוק און האבען נישט געהאט אבו צו גייען. און צום סוף איז געבליבען עטליך און דרייצין ישיבהלייט וואס מיר האבען געווען דארטען, און האט מען געזאקט אז האבען זיי נישט צו פארען, וועלען זיי שיקין אין סיביר.[32]

     וואס האט מיר געטאן? ר' אהרן איז דען געווען אין קובה אין געפען. האבען מיר געשיקט טלגרמים ער זאל ראטעווין די קלצקר, אלע די מענטשען וואס איז געווען דארטען און קענען נישט פארען וייטער. און מיר זאל ראטעבאן, וואס מיר קענען טאן. האט ער געטראכט עיצות, די טלגרמים האבין געקומען אין ארץ ישראל, ר' שניאור קוטלר איז דען געווען אין ארץ ישראל און ר' איסר זלמן האט דאן געלעבט, און האבען מיר געגעבט אין אגודת הרבנים אלע האבען געגעבען טלגרמים צו "טריי דע בעסט". וייטער האט מיר געטרייט וואס צו טון, אבער עס האט נישט געהאלפען.[33]

     ביי ר' אהרן איז געווען א עיצה. אזוי וי אין שנגחי איז געווען א רב אשכנזית א רוב פון לובאוויטשער קהילה. שנגחי איז געווען אן אינטרנשינל סיטי. יעדער פארט האט געהאט א קונסשקשין. אויף דיער פארט וואס אנגלנד איז געווען האט די אינגליש אמבסדור גענומען קייר אויף דעם. ער איז געווען די בוס פון די געגען. א צוויטער געגען איז געווען אונטר אן אנדערע אמבסדור . האט ר' אהרן געזאקט געשריגען אין טלגרם פארן רב אשכנזי זיי קענען מאכען אן אנדרמיט ביי די אינגלישער אמבסדור אין זיינער סקשין. ער איז געווען די בוס. און ער האט געשריבען צום רב אשכנזי "מעגסט מחלל שבת זין דאס איז סכנת נפשות ממש". [34]

     און עס געווען א נס פון שמים. אין שנגחי איז געווען אסאך ספרדישער אידין. און עס איז געווען א ספרדישער איד, א גרויסער גביר, מיסטר אברהם האט ער געהייסט. און דער איד איז געווען א פרומע איד און ער האט אפילו געהאט בהמות געמילקט אויף חלב ישראל. און ער געקענט די רב אשכנזי. דער איד האט געהאט ביזניס מיט אסאך קונסולטים מיט צו טאן, א גרויסער גביר. דער רב אשכנזי איז געקומען צו עם און געציילט די מעשה. אסאך בני תורה ישיבהלייט געפיערען זיך אין וייאליבוסטוק. דער איינע וועג וואס מיר קענען ראטעבין זייער לעבען איינלאדין זיי אין שנגחי פאר דעם צייט פאר די מלחמה. ער זאל געבען רשות אין זיין קונסשין אריינקומען. זאגט די אברהם "איך קען עס טאן. איך קען. איך האב ביזניז מיט עם אויכט. איך וועט עם בייטען אין מיין שטוב רשות געבען. איך בין זייער גוט מיט עם."[35]

     ער איז געבעטען ביי עם אין זיין שטוב,אויף א סאפער, האט ער עם דערציילט די מעשה. "טו מיר א טובה. געב זיי שרייבפערמיטס." זאגט ער "וואס זאל איך אונשרייבען דאר?" האט מיר געפרעגט דארטען, און געשיקט א טלגרמה אזוי ווי ער קען דאס מאכען אויף שרייבען אלא ניימען פון יעדער איינעם און עס האט געדארפט דורכגיין אן אוגנזיישין אינטריסט , אן אורגנזיישי פון דער גאנצע וועלט, אז דער אינטריסט זאלען זען אז די אמבסדור געבט זיי שרייבפערמיטס. דער אינטעריסט אין שנגחי זאלען באשרייבען א בריף אין וייאליבוסטוק צו געבען דער ויזות פאר די אלע מענטשען. דאר האט מיר געבעט עטליכער און דרייציג מענטשען צוזאמען און א פולישער גאלאך איז ער געווען. ער האט געווען א ברייטא מענטש, א נורמלא מענטש, ער האט ער געקענט - ער האט געווען די גאלאך פארען שטעטל. א קטולי. אבער אלע האט ער איינגעשריבען אין דעם ליסט.[36]

     בקיצור, על כל פנים, און דער אייבישטער האט געהאלפען און מיר האבען געקומין שרייבפערמיטס. און עס איז געווען א שאלה ווי אזוי פראט מיר. די אלע דארפען פארען דורך געפען אדער פארען סטרייט אין שנגחי. אבער קיין טריין גייט נישט אין שנגחי. דארף האבען א שיף. אבער אין שנגחי איז געווען אזא גרויסע שטאט געבריינגען א שיף גלייך. געדארפט קאסטען א שיף א צווי טויזנט דולר. שיקען א שיף פאר 30 מענטשען ברענגען. היינט איז דאס גארנישט, דען איז דאס געווען אסאך געלט! האט ר' אהרן געגעבען א טלגרמה אין אגודת הרבנים אז זיי זאל שיקין $ 2000 צו דעם רב אשכנזי פאר א שיף און זייל זאן ארויסשיקען. ר' סילבר האט דען געווען דאר. האט ר' אהרן געשיקט א טלגרמה דארפט מיר ארויסשיקין די געלט. זיי האבען נישט געהאט דעם גאלט, האבען זיי געשאפען די געלט און אוועקגעשיקט. האבען זיי גערענטיט א שיף האבען מיר באקומען א טלגרמה "א שיף איז רעדי" ועלעך דייט זאל קומען. אלץ ממש ניסים איז געווען! ניסים![37]

     מיר האבען געווען אין וייאליבוסטוק צווי חדשים. ווי אס הויסט אז מיר האבען געלעבט אויס? דארטען אין רוסלנד הייסער וואסער קריגט מען פרי אוף צרג. הייסער וואסער. אבער מיר האבען געדארפט ברויט. האבען מיר געשטייט אין א ליין און יעדער האט געקראגען פאר א רובל א לוף אוף ברויט. האבען מיר געהאט א לויף פון ברויט און הייסער וואסער. [38]

     על כל פנים מיר האבען דורכגעלעבט דאס. און מיר האבען אנגעקומען אין שנגחי. מיר אין געפען נישט געווען. מיר האבען אנגעקומען אין שנגחי און דער רוסישע קהילה וואס איז דארט געווען האט אונז געמאכט א קונסקשין אין איין שול ביי זיי. און עס געווען אסאך חשובה אידין, גרויסע גבירים. רייכע מענטשען, ביזניס פיפיל. פון די ערשטער וועלט מלחמה האבען זיי געווען דארט. ווען די קומוניסטין האבען איבערגענומען רוסלנד האבען זיי געגאנגען אויף ציינה. וייל מיר האט געוואלט זיי הארגענען דארטען, זיי האבען געווען רייכע מענטשען.[39]

     ר' שניאור און זיין זון האט מיר דערציילט ווען ר' אהרן זכרונו לברכה איז געווען אין געפען און ער האט געדארפט שוין אוועקפארען אין אמריקה. ער איז געווען אין קובה און דער שיף אין אן אנדערע שטאט געדארפט זיין. און ער האט דאן געדארפט פארען מיט א טריין פון קובה צו דעם שיף פארען אין אמריקה. דעם טאג אסאך בחורים זייען נישט געווען געזונט און מען האב געקומט זוכען אז ר' אהרן זאל עפעס העלפען. ר' אהרן האט זייער מטפל געווען מיט די בחורים. ער האט רחמנות געהאט און ער האט געהאט דוקטורים אליידיקען פאר עם. האט ר' אהרן מטפל געווען – א טלפון אהין א טלפון אהער – ביז ער האט גענומען קער אויף עם. און ער האט געגאנגען צום טריין.[40]

     דער טריין איז שוין אוועקגעגיין און ער דארף פארען מיט א שיף. דארפט ער פארען אויף דער צוויטען טריין. דער צוויטע טריין איז פינקטליך מיטען שיף, צו חאפען צו נישט. נאך אפאר שעה איז זינער שיף. ער האט געקומען צום צוויטער טריין פון דער שטאט און ער האט צוגעפארען צום שיף, און דער שיף האט נאכט געשטאנען אלעס צונומען. דאר איז געווען א שווידיגע וואס מיר האט געקענט ארויפגיין, א פלנק. עס איס אלעס צונומען אבער מיר האט עם געזאקט ער קען ארויפגייען אויפען פלנק. ער האט זיך געשראקין זיך, ער האט אנגעהאלבט גיין צוריק. עס איז געווען א שווערע דרך איבער די וואסער א ביסל. מענטשען האבען דאס געהערט האבען זיי געזאקט דער ראז ישיבה דארפט אוועקגיין? קומט![41]

     די טאטא האט געהאט א הנהגה געהאט א סטשעל. דארטען זיין אלער די כתבים געווען, זיין דברי תורה. אפילו ווען ער איז געווען אין אמריקה און ער האט געווען אין לייקווד און ער פלעקט פארען אין נוי יורק אלע וואך איז ער אלע מאל דאס גענומען מיט זיך. איך בין א מאל געפארען מיט, און איך ארויפגעהייבט די סטשעל – דו וויסט וי שווער אס איז? און וואס קען מען טאן? ער האט געהאט מורא אוועקנעמען פון עם! איז ער געגאנגען צום שיף אלע זאכען געזיין פארפאקט און די סטשעל האט ער געהאלטען אין הנט. מיר האט געזייט אז ער שטייט ביי דער שווידיגע. זיינער משרתים וואס זיינט נאנט צו ר' אהרן דערנומען די סטשעל פון עם געזאקט "איך וועט איך העלפען". האט ר' אהרן עם נאכגעלאפען אזוי וי א יונגער ינגעל! און ער האט עם געראטעוויט! איז ער געקומען אויפען שיף און ער איז געפארען.[42]

     וואס איז געפונען? אז דער טריין וואס איז געפארען פריער איז געווען אין אן אקסידנט! מענטשען האבען געהארגעטין! עס איז געווען א נס מן השמים. דעם טריין וואס האט געפארען פריערט איז געווען אין אן אקסידנט ער האט פרשפעטען דעם טריין וייל ער האט זיך מטפל זיין מיט א בחור. האט ר' אהרן געזאקט דאס איז אין זכות דעם בחור. ר' שניאור האט מיר דערציילט די מעשה.[43]

     ווען ר' אהרן האט געקומען שאפען געלט אין אמריקה פאר די מלחמה האט ער נעווער געזאקט אז ער איז די ראש ישיבה. ער שאפט פאר קלצק – ער גייט פאר קלעצקער ישיבה. מער האט ער נישט געזאקט. האבען אלער געמיינט ער איז דער משולח. האט ער געווען א מאל שאפען געלט און דער פרזידנט פון קהילה פון שול דארטען, וואס האבען געשאפען די געלט פון עם איז געווען א איד און ער האט זיך געפילט מיט ר' אהרן. זאקט עם "ר' איד, איך וייס נישט פארוואס דו שלעבסט זיך ארום מיט א משולח פון אייער ישיבה? לערען זיך אויס שחיטה. מיר דארפען האבען א שוחט, מיר קענען מאכען דיר פאר א שוחט. און מיר באצאלען גוט." ר' אהרן קוקט עם אן אבער ער האט עם נישט געזאקט ווער ער איז. ער האט קיין מאל נישט געזאקט ווער ער איז. ער האט געזאקט ער פארט פאר קלצקר ישיבה. מען האבט געמיינט ער איז א משולח פאר קלצקר ישיבה, ער מוטשערט זיך – וואס געבען זיי? בלייב אין אמריקה, ווער א שוחט, מאכען פרנסה. קיין גביר קען ער נישט זיין אבער פרנסה וועט ער האבען. און ער וועט נישט מוטשערן זיך. [44]

     א מאל איז געווען אין אמריקה רבנים פון יורופ, גרויסע רבנים. ער האט מיר דערציילט די נאמען אבער איך געדענקט נישט וואס עס איז. און ער האט געקומען צו זיין שטעטל פאר שבת שאפען געלט פאר די ישיבה. ר' אהרן האט געווסט פון די רב אבער די רב האט נישט געווסט פון עם. ער האט עם נישט געקענט. ער איז געקומען אין אריין צום רב און ער האט עם געזאקט ער ויל שאפען פאר קלצקר ישיבה אויב ער קען דאר זיין פאר שבת. האט עם ער געזאקט "יא, קענסט  זיין פאר שבת." ער האט געזאקט פאר די רבצין "איך האב א משולח פאר שבת."[45]

     פרייטיג אין שטוב האט דער רב אנגעהויבען רעדען צום משולח אין לערנען. פרעגט ער "וו האט איר געלערענט?" און וייטער גערעט מיט עם און וייטער גערעט מיט עם האט עם געזאקט א ירושלמי האט ר' אהרן געזאקט וו די ירושלמי. גייט אריין צוס רבצין זאקט "זאלסט וויסין זיין מיר האבען א גאסט א איד א גדול! א גרויסע נשמה! זאלסט עם מכבד זיין!" האט ר' אהרן שפייטער געזאקט דעם ירושלמי האט ער געזען פונקט צווי טאג צוריק! דער רב האט עם געהעלפען שאפען געלט. השגחה מן שמים! די מעשה האט דערציילט ר' שניאור. [46]

     איך האב געקומען צו עם אין לייקווד. איך בין געווען א בחור ביי עם אין 1946 געקומען פאר ראש השנה. איך האב געקומען פון שנגחי מיט עטליכער בחורים. ווער איז געווען? מייסלף, מלינוביץ, מלחובסקי, ליכט, נדבורנה, ר' נחום זלדס[47].

     ר' אהרן'ס שיעורים האבען מיר געדארפט גוט הערען אויב נישט האבען מיר נישט פארשטאנען. PAY ATTENTION.   משים לב זיין. אן אנדערע סורט שיעורים איז דאס געזיין. נאכען שיעור האבען מיר געדארפט נאך א מאל איבער זאגען די שיעור עס צו פארשטייען. די גוטערע בחורי, די גאר גוטערע, האבען געזאקט די שיעור נאך א מאל, דאס איז געווען אין קלצק, און מיר האבען זיי איבערפרייגען א מאל שטיקלאך. ר אהרן'ס שיעור איז זייער א שווערע שיעור. נישט ווי אנדערע שיעורים.[48]

     ר' אהרן איז געווען מיין שדכן פאר מיין חתונה. עס איז געווען ברוידעס פון די איסט סייד ער האט געהאט צווי זון געפארען אין די מיר לערנען. ער איז געווען א חשובה איד. און ער האט געהאט א ניס און ער האט געקומען צום ראש ישיבה אז ער דארפט א שידוך פאר זיין ניס. על כל פנים ער איז געווען מיין שדכן. איך געדיינקט עס אזוי וי יעצט. [49] 


    [1] My name is Moshe Steinberg. We went to learn in Baranovitch, three bochurim together from Kobrin. One of them was Aharon Kaminetzky, the second was Yeshaya Wolowitz. Aaron Kaminetzky was my neighbor. And Yeshaya Wolowitz had a nephew,  R Dovid Kornglass.

    [2] Dovid Kornglass was originally a talmid of Kobrin. Subsequently, he learned in the Mir, and was on eof its respected students. When he came to America he became the Mashgiach Ruchani of Yeshivas Ner Yisrael in Baltimore. He was also a magid shiur. This was his uncle.

    [3] We learned in Kobrin and we then went to Baranovitch, to R Elchanan Wasserman. This was in 1934. We learned in Baranovitch and then we continued on to learn in Kletzk. Baranovitch was a Yeshiva for younger students. R’ Elchanan Wasserman zt”l said the Gemara Blatt shiur for the fifth and sixth shiurim. We remained there {in Baranovitch} for a couple of years, and then left to a different, larger Yeshiva. Some left to Kletzk, some to Kaminetz or Mir. Most went to Kaminetz.

    [4] We were three together, and we went to Kletzk. The Rosh Yeshiva in Kletzk was R’ Aharon Kotler zt”l. Kaminetz had R’ Boruch Ber zt”l. Why did we go to Kletzk? Because the Mashgiach Ruchani  in Kletzk was R’ Yosef Leib Manewitz. He was previously the Mashgiach in Kobrin, where R’ Pesach Fruskin was Rosh Yeshiva. When the Yeshiva dwindled, he switched over to Kletzk.

    [5] We knew him very well from Kobrin. My father wanted me to go to Kletzk. So we went off to Kletzk. We arrived in Kletzk, summer of 1936. When we arrived, the Rosh Yeshiva, R’ Aharon zt”l, was in America. He had gone to collect funds and was not present upon our arrival. He appointed the Mashgiach and one of the respected bachurim, Shaya Steitz, to speak to us in learning. We spoke with Shaya Steitz in learning, and he accepted us to the Yeshiva in Kletzk.

    [6] Later, after a few months, R’ Aharon returned from America and a Kabbalas Panim was made for him. Following R’ Aharon’s return and his big Kabbalas Panim, we stayed on to learn. We learned in Kletzk until the war broke out in 1939.

    [7] When the war broke out the Yeshiva relocated to Vilna. At that time, Russia was busy with Vilna, because the Russians claimed that if they gave away Vilna they are thereby giving up on Lithuania. It would then belong to another country. All the Yeshivos and Rabbanim relocated to Vilna. We arrived in Lithuania in Vilna with all the other Yeshivos. Every Yeshiva had a Beis Medrash, and established it’s own Yeshiva. Amongst these were Kletzk, Kaminetz, the Mir, all the Yeshivos.

    [8] Kletzk was small shtetl, not far from Nezhbezh, which is 10 kilometers from Rozhengrenizh. Many Jews lived in those villages and they made a living as shopowners. Each one had a store, this kind of store, that kind of store, and everyone came to shop there. This is what they made a parnossa from. On Erev Shabbos, Friday before closing, there was a city committee which saw to it that they did not close shop too late. This committee was comprised of respected individuals, Rabbanim, and Rashei Yeshiva. Many respected people. Each one was in charge of overseeing a certain section at that time.  They were appointed specific streets.

    [9] On Erev Shabbos, each one of the respected committee members stood and oversaw – everyone must close their stores before shkiya, before candle lighting and not be mechalel Shabbos. For the tougher people, the more respected Rabbonim and Rashei Yeshiva were appointed – they oversaw these tougher streets.

    [10] The Rosh Yeshiva was appointed the toughest street, the barbers. The barbers were very difficult people in respect to chilul Shabbos. It was necessary to have committee members whom they would have derech eretz for. The Rosh Yeshiva was appointed that street, and he used to go and tell them to close their shops for Shabbos

    [11]  A story once took place – an American Jew, a young American bachur, came to town. He had a mother in Kletz, and he came to visit her. On Friday, he went to take a haircut, a shave, at the barber. It was Erev Shabbos, and the Rosh Yeshiva was standing by the barbershop. He told him it’s already late, and he should please get off the chair. It is no longer permitted to take a haircut or shave. The barber wanted to stop the haircut, but the American turned to the Rosh Yeshiva and said  “Mind your own business! It is not Shabbos for me, how can you tell me what to do!” All this he said to the Rosh Yeshiva!

    [12] The Rosh Yeshiva began to rebuke him “You insolent person, you shaygitz!” He really told him off! So the guy got off the chair. This made waves, and they went to inform his mother, that her son is fighting with the Rosh Yeshiva! The mother came running to the shop, to the barber, and grabbed her son, pulled him off the chair and yelled “Get off! Are you fighting with the Rosh Yeshiva?!” This was Friday before nightfall, and he was not mechalel Shabbos

    [13] Later on at night, he had terrible pains, either his tooth or his stomach, whatever it was, he had very strong pains. So his mother told him “Do you know why you have these pains? Because you fought with the Rosh Yeshiva! This is your punishment!!” But the pains got stronger and stronger, and she could not take it, it was after all her son. So she decided to go to the Rosh Yeshiva and ask forgiveness. He should please forgive her son. She was scared he would pass away. It was 12:00 or maybe 1:00, Friday night. She left, and went to knock on the Rosh Yeshiva’s door.

    [14] The Rebbitzen heard someone knocking on the door, and went to see who it was. “Who is it?” she asked. “It is the woman whose son fought with the Rosh Yeshiva today. I want to beseech the Rosh Yeshiva, because my son has tremendous pains”. She was worried that G-d forbid he would not outlive the night. “The Rosh Yeshiva should please forgive him!” The Rebbitzen went to give over the message to the Rosh Yeshiva. And this is what the Rosh Yeshiva answered: “Tell her, that he should give his word that he will never be mechalel Shabbos and I will forgive him!!” She thereupon replied “I will speak with my son, that he should never be mechalel Shabbos.” “All right,” the Rosh Yeshiva responded “If he will not be mechalel Shabbos, I will forgive him.” She arrived back home and her son recuperated! This was a famous Kletzker story, the whole town was speaking about this story! The mother herself told this story over to everyone. This is one story.

    [15] Later, when the war broke out, the Russians took over a part of Poland.  So Kletzk, along with all the other Yeshivos landed in the jurisdiction of the Russians. The other side, past Warsaw, was under the Germans. We were considered living in Russia, our town was on their side. So were Kletzk, Kaminetz, Radin, the Mir, all the Rashei Yeshiva, were in that area. Later the Russians decided to give over the city of Vilna to the Lithuanian government. Lithuania claimed that belongs to her, and the Russians took it away against the law. So the Russians said “You are right” and they gave back the city of Vilna to them. And because Lithuania was an independent country, all the Yeshivos moved to Lithuania, and we were considered living in another country, out of the war, and we were able to leave from there to a free country.

    [16] All Yeshivos relocated to Vilna. R’ Chaim Ozer Grodzinsky was there, as well as R’ Aharon who came with the Kletzerk Yeshiva. Each Yeshiva had its own Beis Medrash. These included Kletzk, Kaminetz, the Mir, Novardok. R’ Aharon Yaffen was there too. I’m unsure about Radin. Many Yeshivos were there.

    [17] In any event, later, the Russians took over the entire Lithuania. They not only took over Lithuania, they also took over the entire Lithuanian government. Everything now belonged to Russia. Now Kletzk was once again under Russian jurisdiction. But this Russian overthrow, was actually a miracle for us. Anyone who possessed a passport or traveling visa , was permitted to leave.  

    [18] I did not possess a visa, but I had a passport. A Polish passport. After the Yeshivos left from Vilna, they relocated in various villages.  Each Yeshiva had a different village. Kletzk was stationed in Yanave. Yanave was in close proximity to Kovna. Kletz had its shtetl, Kamenitz had a shtetl, and others had various shtetlach.    

    [19] When we traveled from Vilna to Yaneve, we traveled throught Kovna. We made a stopover in Kovna. Kovna was home to a Polish consul, which was under the jurisdiction of England. This consulate had an arrangement with the Polish consul. I went there and showed my passort. I was a Polish citizen, but now I received a Polish pass. I no longer had a Polish passport.

    [20] But later, I pocketed this passport. Some time later, we were able to leave. And although I did not have a visa, but I did have a passport. We heard rumor that it is possible to receive visas to embark to other countries. Not false visas, but obtaining these visas via some alternative method. 

    [21] At that time it was already possible to obtain a traveling visa – either to Japan or to America. I went into the Rosh Yeshiva and I explained him as if I already have a polish passport, and what should I do? And how can I obtain a visa? I needed advice. “Do you have a passport?” he asked. I took out my passport, placed it on the table. This was the one I had pocketed. He looked on the passport, and said  “Yes, this is a good passport.” He stood here, and stood there, and thought and thought, he looked at me for a good few minutes. Then he said the following “The world is doing, and your are sleeping?!”. I knew that I also had to do. I cannot say how, but there was a way by which it was possible to obtain a visa. “Correct”, I said, “But a visa costs 200 rubel.” I did not have any money. Whereupon the Rosh Yeshiva took out the money and gave it to me.

    [22] I immediately traveled to Vilna, from Kovna, with the 200 rubel. The dollar was very high then. There was a black market, but the rubel was very precious. You were able to buy a loaf of bread for a rubel. This was the equivalent of like $ 200. The Rosh Yeshiva had given me $ 200 on the spot, because he knew this was the way to be saved. And so I traveled to Vilna.  

    [23] While I had been speaking with R’ Aharon, R’ Aharon was still in Kovna. Together with me was another bachur. His name was Yankel Melamed. He heard me speaking to the Rosh Yeshiva. He also had a passport, and he had the necessary money. He knew me from Yeshiva. When I left R’ Aharon’s room, he asked me “I need to ask you something. You are traveling, do me a favor while you’re at it. Take my 200 rubel and my passport and I will split the traveling expenses 50 – 50.” “Fine,” I answered “This is perfect”. Because the travel from Kovna to Vilna was costly, so I said “Yes, I’ll do it. Whatever I do for myself, I’ll do for you too.”

    [24] Before I left, I went into the Rosh Yeshiva. “I’m leaving, can the Rosh Yeshiva please give me a bracha.” “Hashem should help you, you should be successful, and you should be rescued.” This was a good bracha.

    [25] I left for Vilna, and I arranged everything. I brought back for myself and my friend. Now, in order to apply for emigration, I required a biographical sketch of myself written in Russian. The Rebbitzen, Chana Perel, knew Russian very well, and she wrote up all the necessary papers for me, a whole ??.

    [26] I took all my papers with me to Kevele. The Russians, as usual, made us stand on queue, on line. I took a place in line. I also told my friend to follow me and join up the line too. When this Yankel Melamed came to Kevele, he told me “Moshe, you stand in front of me. You go in first.” I admit, he got me scared. But I went in. There was a Ninatshke, she was the boss, and she took the papers. She had the authority to give or not give permission to leave, to give a visa or not. “As material in the hands of the craftsman” – this is how I felt in her hands. To make a long story short, she told me “Look at me”, and everything was fine. She took my papers, put them on the table, and said, it is 12:00 midday, tell the people to come in an hour. All right, I went out and told the people to come in one hour. Yankel had already had his number on line, he was the first to go in. She looked at his passport, but did not realize that she was accidentally looking at mine! She looked from one face to another and started to ask questions, why did you do this and what is this etc. She put the passport on the side.  She could have asked me the same questions. But everything is decreed in heaven.  But he had not gone to ask a bracha of the Rosh Yeshiva.

    [27] To make a long story short, what can I tell you, he did not get his visa, and I got mine, it was the tenth to last visa. My visa was one of the last visas which were given out! I was rescued together with the Mirrer Yeshiva, and he remained in Lithuania where the Germans later caught up with him, and he was subsequently killed there. 

    [28] In any case, what can I say, I saw, that I had R’ Aharon’s bracha. He gave me the money for the visa, he was the shaliach for the hashgacha. If he would not have given me the money, I would never have been able to do it. But this was the way I was saved. 

    [29] I feel hakaras hatov for R’ Aharon, if not for R’ Aharon I would not have been living today. He was the shaliach of the hashgacha

    [30] When were in Shanghai, we were only a select few Kletzkers, maybe 10 or 15 who came via various routes. But Kletzk had had a few hundred bachurim! And we were only 10 or 15 out of a few hundred Bachurim! But in any case, we were in contact with R’ Aharon.

    [31] Another story. When we left Russia, the last city before China, before Japan, was Vialibostock.  This was by the Grenwich line, by the yellow waters. We were stuck there, and were unable to travel further. Japan did not permit entry to anyone. They said the people whom they permitted entry to were supposed to be in transit, for about 10 days, but they remained a long time because they did not have where to travel to. They don’t want any more people to enter. This was in 1940.

    [32] But anyone who has all the pieces of the puzzle, those who have a visa where to continue onto, they will be granted permission to pass through their country enroute to another country, either America or Canada. There was a Japanes consul in Vialibostock, and we went to him to renew our visas. If not, they will expire and be invalidated. We were about 50 people. Yeshivaleit, bnei Torah, non-relgious, various people who were stuck in Vialibostock and did not have where to go. In the end we were left with thirty something Yeshivaleit, and they told us that if we do not have where to go, they will send us to Siberia.

    [33] What could we do? R’ Aharon was at that time in Kobe, Japan. We sent a telegram, begging him to rescue the Kletzkers. All those who were together with us at the time, and could not continue onwards. Please rescue us. Whatever you can do for us. He thought of various ideas, and sent telegrams to Eretz Yisrael, where R’ Shneur was at that time, and R’ Isser Zalman was living. He send telegrams to Agudas HaRabbonim, everyone got telegrams to “Try their best.” We tried to help ourselves, but we were unable to do much. 

    [34] And then R’ Aharon had an idea. In Shanghai there was an Ashkenazic Rov, Rabbi of the Lubavitcher Kehilla. Shanghai was an international city. Each part had its own concession. One part belonged to England, and the English ambassador took charge of his section. He was the boss of the entire section. Another section was under the jurisdiction of another ambassador. R’ Aharon begged, he beseeched in a telegram to the Ashkenazic Rov, to make a meeting with the English ambassador of his section. He was the boss. R’ Aharon even wrote “You are permitted to be mechalel Shabobs – this is a matter of life and death!” 

    [35] This was a miracle from Heaven. In Shanghai there were a lot of Sephardic Jews. There was this Sephadic Jew, a very rich man, his name was Mr. Abrahams. He was a religious Jew, and he even had his own cows to produce Chalav Yisrael milk. He knew the Ashkenazic Rov. This Jew had business dealings with many consuls, he was a very wealthy man. This Ashkenazic Rov came to him and told him over the whole story. Many bnei Torah and Yeshivaleit are stuck in Vialibostock. The only way to rescue their lives is to invite them them to Shanhai for the time being, for the duration of the war. They need to be granted permission by the ambassador, to come and live in his district. “I can do this,” Mr. Abramam said “ I have business dealings with him. I will invite him over to my house, and request permission, I have very good connections with him.”

    [36] He invited him to his house, for a supper, and he recounted the story. “Please do me a favor. Give them permits.” “What do I have to write?” he asked. So they quickly sent off a telegram that he is willing to give the permits, and they require the list of names. This list had to go through an organization called “Interist” which was an international organization, and this “Interist” would see to it that the ambassador gave them permits. The “Interist” in Shanghai should write a letter in Vialibostock, requesting visas for all the people on this list. There were about 30 something names. He was a polish priest, but he was a kind soul and a normal person. He knew him from when he had been village priest. A Catholic. But he wrote all the names on the list.

    [37] To make a long story short, in any event, Hashem helped, and we received the permits. Now we had a question of how to travel. Either to travel through Japan or straight to Shanghai. But no train goes to Shanghai. So we required a ship. But Shanghai was too large a city to get a ship right away. Each ship costed about $ 2000. We needed a ship for about 30 people. Today this amount is nothing. But then, it was a lot of money! R’ Aharon sent a telegram to Agudas HaRabbonim that they should send $ 2000 to the Ashkenazic Rov for a ship, which he will arrange to send. R’ Silver was involved then. R’ Aharon sent a telegram requesting the money to be sent. They did not have the money, but they collected the funds, and sent it. A ship was rented and we received a telegram saying “A ship is ready” and the appointed date. Everything was mamesh nissim!! Nissim!!

    [38] We were in Vialibostock for two months. How did we live there? In Russia you can get hot water, free of charge. Just hot water. But we needed bread . We stood on line, and everyone got a loaf of bread for a rubel. So we had a loaf of bread and hot water. 

    [39] In any case, we lived though this. And we came to Shanghai. We did not go through Japan. We came to Shanghai and the Russian Kehilla which was there made us a concession in their Shul. There were a lot of respected Jews there. Very wealthy. Rich people, business people, who came after the first world war. When the Communists took over Russia, they went to China. They wanted to kill them because they were rich people. 

    [40] R’ Shneur and his son told me over that when R’ Aharon zt”l was in Japan he needed to leave to America. He was in Kobe and his ship was in another city. He needed to travel by train from Kobe, to board the ship, which would sail to America.  That day many bachurim did not feel well, and they went to look for R’ Aharon to help them. R’ Aharon took very great care of the bachurim. He had rachmonus of them and he took care to bring doctors for them. So R’ Aharon took care – made a telephone call here and one there – until he took care of the bachurim. But he missed his train.

    [41] The train left already, and R’ Aharon had to catch his ship. He had to travel with the next train. This next train was due to arrive exactly on time to make the ship. His ship was due to leave in a few hours so he took the next train to the city where his ship waited. The ship was still waiting, all packed up. There was a plank by which everyone was able to walk up on. Everything was all ready, but they told him to come up on the plank. He got scared, and he wanted to hold back. It was a difficult climb, over water. People heard this and they said, the Rosh Yeshiva is going back? Come!!

    [42] The tatte (R’ Aharon) had a custom – he had a satchel. This contained all his writings and chiddushei Torah. Even when he was in America and he was in Lakewood, he used to go back to New York during the week but he always took this satchel with him. I once traveled with him, do you know how heavy that satchel was? But what can he do now? He was worried they would take it away from him, everything was packed away on the ship, but the satchel was in his hands. They saw he was standing on the boardwalk. His aide who were close with R’ Aharon, took the satchel and said “I’ll help you.” R’ Aharon ran after him like a young boy! And he was rescued! He boarded the ship and sailed away.

    [43] What had actually happened? That train which had left earlier was in an accident! People were killed! This was a neis m’shomayim! That train which left earlier, was in an accident, and he missed that train because he took care of that bachur. R’ Aharon used to say that this is all in the zchus of that bachur. R’ Shneur told me over this story.

    [44] When R’ Aharon came to collect money in America before the war, he never said that he was the Rosh Yeshiva. He just said he’s collecting for Kletzk – he’s coming for Kletzker Yeshiva. He did not say more. Everyone thought that he was just a meshulach. Once he was collecting money and the president of the Shul, where he was collecting, was a fine Jew and he became friendly with R’ Aharon. So he told him “R’ Yid, I don’t know why you are shlepping youself around as a meshulach for your Yeshiva? Go learn Shechita. We need a shochet, and we can appoint you as our shochet. We will pay you well.” R’ Aharon looked at him, but he did not reveal his true identity. He never told anyone who he was. He just always said he’s here for Kletzker Yeshiva. They thought he was the meshulach for Kletzker Yeshiva, so why was he working so hard – what does he make already? Stay in America, become a shochet, and make a parnossa. He will not become a wealthy man, but he will have parnossa. And he will also not have to work so hard.

    [45] Once, in America, they used to have respected European Rabbonim. He once told me over the name, but I don’t recall it. He once came to a city before Shabbos to collect money for the Yeshiva. R’ Aharon knew who this Rov was but the Rov did not know him. He came in to the Rov and and he told him he’s here collecting money for Kletzker Yeshiva, can he stay by the Rov for Shabbos. “Yes,” said the Rov, “Please stay with us for Shabbos”. And he went into the Rebbitzen to tell her “I have a meshulach for Shabbos.”

    [46] Friday, in his house, the Rov began speaking with the meshulach in learning. He asked him “Where did you learn?” And they spoke, and spoke and then he told him over a Yerushalmi and R’ Aharon said he knows where that Yerushalmi is. So the Rov went into his wife and “You should know whe have a very great Jew as our guest! A great neshama! You should respect him!” R’ Aharon later said that he happened upon this Yerushalmi only two days earlier! That Rov helped him collect money, Hashgacha Min Shomayim (Divine Providence)! This story was told over by R’ Shneur.

    [47] I came to Lakewood, I was a bachur there, and I arrived before Rosh Hashana 1946. I came from Shanghai with other Bachurim. Who else was there? Meisleff, Malinevitch, Malachovski, Licht, Nadvorna, R’ Nachum Zeldes.

    [48] It was necessary to really hear R’ Aharon’s shiurim, otherwise you could not understand them. Pay attention. Pay heed. They were a different style of shiurim. After the shiur, we used to have to hear the shiur again in order to understand it. The good bachurim, the very good ones, used to say over the shiur a second time, this was done in Kletzk, and we used to ask them questions. R’ Aharon’s shiurim were very difficult. Not like other shiurim

    [49] R’ Aharon was my shadchan for my wedding. There was someone by the name of Broides who lived on the East side and he had two sons who went to learn in the Mir. He was a respectable Jew. So he had a niece and he came to the Rosh Yeshiva to say that he needs a shidduch for his niece. In any case, he was my shadchan. I remember it as if it was today.





  • Home
  • Biography
  • 125 Talmidim of Rav Kotler
  • Audio Files
  • Reb Eli Beane
  • Contact
  • Photo Gallery
  • Transcriptions